אליעזר חיים בלום
פֿון װיקיפּעדיע
הרה"צ ר' אליעזר חיים בלום, איז היינט דער רבי פון קאשוי, נאכן הסתלקות פון זיין טאטע, הגה"ק ר' רפאל בלום, זייענדיג דער עלטסטער זין פון אלע ברידער.
ער האט אסאך חסידים און אנהענגערס, ווי אויך איז ער באוואוסט מיט זיין ברייטע ידיעות און פארשטאנד, אין בפרט אין חכמת הרפואה, וואס אסאך אידן פון מערערע קרייזן קומען זיך שוין יארן לאנג מיט אים אדורך רעדן אין פארשידענע ענינים און בפרט אין עניני חינוך און באוואונדערן זיין בליצענדע און טרעפליכע עצות.