אליעזר שלמה שיק
פֿון װיקיפּעדיע
ר' אליעזר שלמה שיק (מוהרא"ש) איז א פירער פון א ברסלב אפטיילונג וואס רופט זיך "היכל הקודש" און איז רב פון דער ישוב יבנאל וואס ווערט גערופן ביי אים ברסלב.
ער וואונט אין בארא פארק אבער זיינע אנהענגער וואס שווערן זיך ביי אים איז אין די צענדליגע טויזענטער איבער די גארער וועלט אז ער איז אן ערליכער איד מיט העכערע כוחות.
ער איז געווארן אויפגעצויגן ביי די היימישע קרייזן און א סאטמארע שטוב אבער זיינע ידיעות און בריווען און זיינע צוגעלאזענע שמועסן ציעט אפילו פרייע אבערהויפט ספרדים וואס טוען זיך אן זיינע קמיעות מיט אזא בילד פון אים. זיי גלייבן אז דער דאזיגער קייטל אריינגעקריצט א בילד פון זיין הייליגן פרצוף, שיצט זיי פון אלעס שלעכט ברוחניות ובגשמיות.
אינהאַלט |
[בעאַרבעטן] שייכות צו ברסלב
ביי די 16 איז ער געווארען נאנט צו ברסלבער וועג דורך זיך אנקלאפען אין א ספר "השתפכות הנפש" אין דאס האט איהם געברענגט צו פרייליכקייט תיקון חצות און התבודדות, און אזוי איז ער געווארען א ברסלבער,
האבענדיג א געוואלדיגען קאפ האט ער שנעל אויפגעכאפט אלעס געווארען א בקי אין יעדן ספר וואס האט נאר שייכות צו ברסלב און איינזעהנדיג אז ס'פעהלט ספרים האט ער אנגעהויבען ארויסגעבען ספרים אנהויבענדיג איבערצודריקען אלטע און נאכדעהם דריקען נייע ספרים פון זיינע שיעורים בריווען אין סתם התחזקות,
זיייענדיג אין ירושלים אין שוהעל אין ברסלב האט ער אנגעהויבען צו באקומען אסאך מתנגדים זעהנדיג איהם אלץ איינער וואס האט צו א שטארקע קאריזמע און געשמאקייט און ער וועט באדראהען זי זקני אנ"ש און אלעס איבערנעמן, מ'האט איהם גערודפט עד חרמה אזוי אז ער איז טאקע אוועק פון דארט אבער בויענדיג אן אייגען געזעלשאפט מיט באשוואוירענע חסידים.
א שטעטל אין יבניאל מיט 400 משפחות בעיקר בעלי תשובות אדער ספרדישע, הונדערטער טויזענטער קונטרסים און הונדערטער ספרים אלעס ווערט אפגעשריבען און אפגעטעיפט יעדע שיעור, און אזוי ווייטער געבענדיג זיינע בתי מדרשים א נייע נאמען "היכל הקודש"
[בעאַרבעטן] זיינע אויפטועהן
- די סדר הלימוד פון זאגן אסאך אהן פארשטיין האט מוהרא"ש אריינגעברענגט צווישען זיין עולם זאגען און זאגען 18 פרקים משניות וכדומה. זאגענדיג אז דאס איז די ברסלבער דרך (עיין שיחות הר"ן ע"ו)
- ווייסע בגדים אין שבת. אין יבנאל גייט די גאנצע שטעטל ווייס אנגעטועהן שבת, ווייל לויטן זוהר דארף מען אזוי גיין.
- מ'האט חתונה זייער יונג אזוי יונג ווי 14 יאהר ווייל אזוי - זאגט מוהרא"ש - קען מעו האלטען די בחורים ריין פון שמוץ ביז דעמאלטס, און זיי דארפען זיך נישט פארפאטשקענען
- רוב פון זיינע שמועהסן זענען בעיקר פון יסודות'דיגע ברסלבער ענינים זייער אראפגעלאזט ווי התבודדות, תיקון חצות, תמימות, שמחה, וכדומה. אנדערש ווי אנדערע משפיעים וואס רעדען מעהר פון העכערע ענינים.
[בעאַרבעטן] קריטיק
- ער רעדט זייער אסאך און אויך זייער אפען פון פגם הברית, און אלע זיינע קונטרסים זענען פיהל פון די מין זאכען
- ער פיהרט זיך שטארק רעביש אין אלע ענינים וואס איז נישט אהנגענימען אין ברסלב ווי ס'איז דא נאר איין רבי ר' נחמן
- זיין סדר הלימוד האט גארנישט מיט ברסלב
- זיינע ספרים זיינען אייגן געשטימט און האט נישט קיין שייכות צו ברסלב
[בעאַרבעטן] יבנאל
אין יבנאל שלאגט מען זיך ארוהם מיט די שכנים, אין מיטן רב דארט, ר' סיני פרענקעל, הרב שיק ריפט אהן פרענקל מיט די שענסטע נעמען וואס ס'איז נאר פארהאנען אהנהויבענדיג מיט רשע, נואף, וכו,
די מחלוקה האט זיך אנגעהויבען יאהר תשמ"ז ווען שיק'ס חסידים האבען אין נאמען פון זייער רבין אנגעהויבען זיך אריינצוציען אין דארף, די שכנים וואס זענען צוגעוואוינט צו א רואיג דארפיש לעבען האבען זיך פלוצלונג געטראפען אין א בני ברק'יש הו-הא, שפעטער איז פרענקל די רב געווארען א שייגעץ, הרב שיק האט זיך אנגעהויבען צו בויען אלעס אליינס א מקוה, תלמוד תורה, כולל, חתונה זאל, און אויף יעדע זאך האט ער געדארפט דורך גיין שבעה מדורי גיהנם,
מ'האט ארויפגעלייגט אויף איהם א קלאגע וואס האט געדראעהט תפיסה פון חתונה מאכען יונג וואס האט אנגעהאלטען ביז תשס"ז.
[בעאַרבעטן] סאטמאר
דער ארונישען צייטונג דער בלאט דעקט אים שטארק פאזיטיוו. און צוליב זיינע פארברענטע חסידים וואס לויפען ארום שלעפען מענטשען האט דאס צוגעברענגט אז פילע סאטמאר בעלי שיטה האבען אנגעהויבען צו קומען צו זיינע שיעורים ווי ער פארגעסט נישט נאכצוברענגען פון סאטמאר רב, און אפאר קנאת'דיגע פראזען.
[בעאַרבעטן] וויליאמסבורג
זיי האבן געפענט א שול אין וויליאמסבורג אויף דיוויזשאן עוועניו אינעם אמאליגען ראצפערט שול, מיט צעהנדליגע מתפללים וואס באטייליגן זיך דארטן צו די תפילות און שלוש סעודות תורות. עס דאווענען דארטן 2 שרייבערס פון דער בלאט.
[בעאַרבעטן] וועבלינקס
- שיק'ס וועבסייט
- ארטיקלען קעגן יבנאל-ברסלב (חופש-וועבסייט)
- קעגן יבנאל (הארץ)