אריה דרעי
פֿון װיקיפּעדיע
ביטע לייגן אינטערשפראך לינקן (פֿארבינדונגען), קודם צו דער הויפט וויקיפעדיע (דער ענגלישער וויקיפעדיע) און\ אדער דערנאך צו דער העברעישער וויקיפעדיע
אריה דרעי (געבוירן - פעברואר 17 1959) איז געווען די אויפגייענדע שטערן פון ש"ס - די ספרדישע פארטיי - אין כנסת, זייענדיג א ענגערישער חבר כנסת ביז מ'האט אויף איהם ארויפגעלייגט 2 קעיסעס - 1) וועגן נעמען שוחד 2) וועגען כשר'ן געלט פאר מוסדות, אזעלכע טענה'ן אז מדינת ישראל האט איהם געוואלט זעין אינדרויסען פון פובליק לעבן צוליב זיין ענגערישקייט, אנדערע טענה'ן אז ער האט אויסגעניצט זיינע רעכטען צו שטארק - וואס דאס האט צוגעברענגט ביז איהם אריינשליידערן אין תפיסה.
[בעאַרבעטן] זיין קאריער ביז ש"ס
אריה דרעי איז געבוירן אין מאראקא אין שטאט מעקניס, ביי די 9 יאהר ארויפגעקומען קיין מדינת ישראל, געלערנט אין די ספרדישע ישיבות, פורת יוסף, אין חברון אין ירושלים, שוין אין זיינע פריעה יאהרען האט זיך שוין אהנגעזעהן זיינע טאלאנטן ביים ווערן מנהל אין ישיבת לב בנים און זיין חבר מועצה אין גוש עציון, און באקומען סמיכה אין ישיבה ווי ער האט געלערענט, זיינע ערטשע יאהרן אין פאליטיק האבען שוין געוויזען ווי ער גייט אהנקומען.
[בעאַרבעטן] אויפשטעלענדיג ש"ס פארטיי
די ספרדים האבען זיך אפגעבריהט פון די באהאנדלונג פון די חרדישע אשכנזים צו זיי, האט מען זיך עקסטער גרופירט אין אויפגעשטעלט ש"ס "התאחדות הספרדים שומרי התורה" נאכען געווינען בענקלעך אין אסאך שטימען פאר די בירגערמייסטער ווי ירושלים און ניצחונות איבער אנדערע שטעהט, האט די ערשטע מאהל ש"ס צוגעלייגט זייער רשימה צום כנסת (11) און 1984, ווען דאס איז אינטער געשטיצט פון די תורה'דיגער פיהרער פון ש"ס און די ספרדים הרב עובדיה יוסף, און פון די ליטווישער גדול הרב שך,
אין א איבערראשענדן זיג האט ש"ס געווינען 4 בענקלעך אין כנסת ווען די ערשטע אין די רשימה איז הרב יצחק חיים פרץ אין איז געווארען אינערן מיניסטער, און דאס אלעס איז אדאנק די פלייסיקייט פון אריה דרעי ארומצוגיין אויפקלערן און איבערעדן די ספרדים פאר ש"ס, און זייענדיג די מזכ"ל פון ש"ס פארטיי. דרעי ווערט א הויכען פאליטישען ראטגעבער אין די אינערן מיניסטעריום
און 1986 איז דרעי באשטימט געווארען פאר מנכ"ל פון אינערן מיניסטעריומ (משרד הפנים) אלט זייענדיג א קנאפע 27 יאהר אלט.
1988, כנסת (12), ש"ס באקומט 6 (מאנדאטען) בענקלעך, אריה דרעי לייגט א האנט אויפ'ן אינער'ן מיניסטעריום און ווערט אינערן מיניסטער (שר הפנים)
און 1990, ווען זשעימס בעהקר האט געברענגט די הצעה פון א משא ומתן מיט די פאלעסטינער האט זיך די כנסת אויפגעשאקעלט: (די פרשה ריפט מען תרגיל המסריח)
שמעון פרס האט געוואלט אז מ'זאל אנעמען די הצעה אבער שמיר האט נישט געוואלט, שמעון פרס מיט אריה דרעי זענען געקומען צו א פארשטענדעניש - מיט אינטער'ן טיש באציעונגען - צו אינטערווארפן די קאאליציע, ווען שמיר האט געהערט דערפון האט ער גלייך אפגעזאגט שמעון פרס פון די קאאליציע, און ציליב אויפברויז פון מערך פארטיי, אויף אפזאגען זענען מיטגעגאנגן אלע איבעריגע שרים און די קאאליציע איז צופאלען נאכדעם דורכ'ן אי אמון פארשלאג,
שמעון פרס פאלט דורך צוויי מאהל צוזאמצושטעלן א קאאליציע אין שמיר נעמט צוריק איבער די לייצעס, און דעמאלטס זענען די חרדישע פארטייען געשטארקט געווארן, איו די זעלבע צייט ווען דער כאריזמאטישער יונגער אריה דרעי בלייבט אינערן מיניסטער (שר הפנים), און ווערט א אומאפגעטיילטער חלק און דאמינירטער כוח אין שפילער אין כנסת, און אין פאליטיק בכלל,