בעריש הורוויץ
פֿון װיקיפּעדיע
ר' יששכר דוב הורוויץ שליט"א אדער ווי ער איז באקאנט אלס ר' בעריש הורוויץ, איז די עלצטע זון פון ר' הערשעלע ספינקער ז"ל. און געווען אן איידעם ביים איהעלער רבי.
ער האט אלע יארן אנגעפירט מיט די ספינקא מוסדות ווען זיין טאטע האט נאך געלעבט. אין יאר ה'תשנ"א האט ער זיך צעשלאגן מיט זיין ברודער ר' אביש הורוויץ און האט צוליב דעם און געלט סיבות פארמאכט די תלמוד תורה בית יצחק דספינקא. ער האט אפען געלאזט נאר די אינגסטע קלאס און צוריק אויפגעבויעט די תלמוד תורה.
שפעטער ווען זיין טאטע איז אוועק האבן זיי זיך נאכאמאל צעשלאגן אזוי אז ער האט געמוזט ארויסגיין פון די גרויסע ספינקא בית המדרש און האט געעפענט זיין אייגענע בית המדרש אין ספינקא תלמוד תורה בנין.
אין זוממער תשס"ו איז זיין רביצין אוועק פון אן עקסידענט אין די קעטסקילס.