דזשואיש פרעס
פֿון װיקיפּעדיע
זשואיש פרעס - איז א רעכטע שטארק צינוסטישער צייטונג וואס ווערט ארויסגעגעבן וועכנטליך אין ניו יארק פאר מאדערן ארטאדאקס אידן, וואס וואונען אין פלעטבוש, טינעק, וועסט סייד, ריווערדעיל. און אזוי ווייטער. עס האלט זיך פאר די גרעסטע אידישער צייטונג אין אמעריקע.
דאס איז געגרינדעט דורך ר' שלום קלאס אין א שותף און איז אריבער צו זיין טאכטער וואס איז אן עגונה.
זיי האבן גאר באלערענדע קאלוםס פון אלע שישקעס און עסקנים פון ארטאדאקסישער אידענטום. פון צווישן זיי, מארווין שיק, רעביצען אסתר יונגרייז, ר' יחזקאל גאלדוואסער, סטיווען פלאוט, ר' יצחק לעווין דער אינגער זשורנאליסט אהרן קליין און פילע נאך. זייער איצטיגער רעדאקטאר איז זשעיסאן מאוז וואס האט אויך פילע בלערענדע קאלוםס.
חסידים קויפן דאס בעיקר צוליב די מערסטע פאפולערע קאלסיפייד עדס וואס דאס פארמאגט יעדע וואך פאר זשאבס און אנדערע פרנסה געלעגעהייטן.
זיי האבן די מערסטע עדס פון אלע אידישע צייטונגען, ד.ה. אין ביזנעס זענען זיי די מערסטע מצליח פון אלע אידישע צייטונגען. אבער עס איז זייער ארים און נידעריג אין זשורנאליסטישע סטאנדארט. ווייל עס איז בעיקר פראפעגאנדע און איינזייטיגע השקפה. כמעט נישטא קיין נייעס.
אבער זיי האבן יא אינטערסאנטע באלערנדע ארטיקלן לגבי היסטאריע און וויסנשאפט.
עס באלאנגט פאר די קלאס משפחה, זיי האבן איין אייניקל וואס לערנעט זיך איצט אין קאלאמביע זשורנאליזם און מ'לייגט גרויס האפענונג אז ער וועט ארויפארבייטן דעם צייטונג וואס זיין מאמע און זיידע האבן נישט מצליח געווען.
[בעאַרבעטן] דערויסענדע לינקס
- זייער וועב זייטל: זשואיש פרעס
אידישע צייטונגען |
|
|
---|---|---|
אידישע טריבונע | אלגעמיינער זשורנאל | בקהילה | גלאובס | דער איד | דער בלאט | הארץ | המודיע | הצופה | זשערוסאלעם פאוסט | זשאואיש וויק | זשואיש פרעס | ישראלי | יתד נאמן | ידיעות אחרונות | מעריב | נייעס באריכט | פנים אל פנים | פנים חדשות | מקור ראשון | פארווארד | פארווערטס | פייוו טאונס זשואיש טיימס | |