דער ערשטער עליה
פֿון װיקיפּעדיע
אימיגראציע גרופעס קיין ארץ ישראל אין די נייע תקופה |
עליות לאחר קום המדינה:
|
די ערשטע אימיגראציע (וואס הייסט פויערס עמיגראציע) איז געווען די ערשטע גרופע פון ארום 25 טויזנט ציוניסטישע אידן וואס האבן עמיגרירט פון מזרח אייראפע און תימן קיין ארץ ישראל אין די נייע תקופה צווישן די יארן ה'תרמ"א ; 1881 - ה'תרס"ג ; 1903. (דענסמאל איז ארץ ישראל געוועזן אונטער די טערקישע רייך.)
פאר די אימיגראציע איז געוועזן נאך גרופעס וואס האבן עמיגרירט קיין ארץ ישראל ווי צ.ב.ש. בעלי התוספות אימיגראציע און תלמידי הגר"א אימיגראציע, אבער זיי עמיגרירט אלס רעליגיעזע סיבות און נישט נאציאנאלישע סיבות אויף צו גרינדן א יידישע מדינה.
די אימיגראציע האט פאסירט בשעת ווען ווולגארערע יידן (ארום 3.5 מיליאן) האבן עמיגירט פון מזרח אייראפע צו אנדערע לענדער פון די גארער וועלט איבער הויפט צו די פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע, האבן א קליין טייל פון זיי עמיגירט קיין ארץ-ישראל.
די סיבות פון די אלגעמיינע אימיגראציע איז געווען אלס די ענגשאפט וואס איז געווען אין אייראפע פון וועגן די שנעלע וואקסונג פון די דעמאגראפיע (ליינט דארט) און אויך אלס די שרעקלעכע רדיפות און פאגראמען וואס די גויים האבן גערודפט די יידן.
רוב פון די עמיגראנטער האבן צום סוף זיך צוריקגעקערט קיין אייראפע, און נאר א טייל פון זיי איבערהויפט די תימענער (2.5 טויזנט) זיינען געבליבן אין ארץ-ישראל.
א פערטל פון די עמיגראנטערס זיינען געוועזן פויערס וואס האבן געארבייט אין לאנדווירטשאפט. ביי די עמיגראציע איז געגרינדעט געווארן 28 דערפער, פון זיי: ראשון לציון, פתח תקוה, ראש פינה און נאך...