הענטשוך
פֿון װיקיפּעדיע
הענטשוך איז א צודעק פאר די הענט געווענליך אנטקעגן קעלט, עס באשטייט פון 2 באזונדערע ווערטער "הענט-שוך", כלומר שוך פאר די הענט, און פון דעים איז עס געווארן 1 גאנצע ווארט "הענטשוך" מיט א "טש".
היינט צו טאגס ווערט דאס פיל מער באנוצט פאר אנדערע צוועקן ווי קעלט, א שטייגער ווי אין שפיטעלער דורך דאקטורים, וואס ברויכן דאס אנטוהען לויטן געזעץ, נישט אריבער צו פירען באקטעריעס פון איין קראנקען צום 2'טן.