הערשל פרידמאן
פֿון װיקיפּעדיע
ר' הערשל פרידמאן איז פון די גרעסטע חרדישע שריפט שטעלער היינט צו טאגס, ער לערנט פאר שיעורים אין סאטמאר בית המדרש אין קרית יואל און איז א זון פון דעם לעגענדארן רעדאקטאר פון דער איד, ר' משה פרידמאן ז"ל, און א ברודער פון דעם היינטיגען רעדאקטאר פון דער איד ר' אהרן פרידמאן. זיינע ארטיקלן לויפן אונטערן פענע נאמען פ הירש און באבד און נאך נעמען. ער איז אן ארוני וואס לעבט פון שרייבן פאר דעם זאלי צייטונג דער איד צוליב די ברודער וואס איז איר רעדאקטאר.
ער איז געווען פון די גרעסטע עסקנים פאר סאטמאר אין די אינגע יארן. א רויטער אנגעברויזטער געזיכט וואס שטורעמט שטענדיג און שרייט און לעבט אויף אידן מיט זיין ווילדן סענס אפ הומאר, מאכט ער ליסטיג און דרייט איבער ווי ער שטייט נאר. ער האט אן איבערפלוס פון ענערגיע וואס לעבט אויף אלעמען ארום. דערפאר רופט מען אים מיטן צו-נאמען הערשל פורים ווייל ער פלעגט שטענדיג מאכן פורים מיט זיינע וויצען און שטיקלן. זיינע ארטיקלן לויפן טאקע אויך אויף דעס סיסטעם אז ער דרוקט זיך אויס מיט מליצות און לעבעדיגע פראזן צו מאכן אינטערסאנט יעדע שורה פון זיינע אפהאנדעלונגען. טייל קריטיקירן דאס אלס קינדעריש אבער דער פאקט איז אז עס ציעט די אלגעמיינער ליינער אינעם דארטיגן קרייז וואס קויפן זיינע אויסגאבן ווי ער שרייבט.