חברה הצלה
פֿון װיקיפּעדיע
חברה הצלה איז אזא ערשטע הילף ארגענעזאציע וואס פּריוואַטע יונגעלײַט לויפן אויף הצלה קאָלס צו ראטעווען מענטשען וואס דארפן אנקומען אין שפּיטאָל צו דאקטוירים, עס איז געגרינדעט געווארן דורך הערשל וועבער פון וויליאמסבורג, נאך דעם וואס די אלגעמיינע שטאטישער אַמבולאַנס קאמפאני פלעגט זיך פארזוימן.
- (718) 387-1750
[בעאַרבעטן] היסטאריע
הערשל וועבער פארציילט, אז אין די ענדע 60'ער יארן, זייענדיג א יונגערמאנטשיקל, גייענדיג אויף ראס סטריט אין וויליאמבסבורג און פאר זיינע אויגן פאלט א מיטליעריגער איד אראפ און חלש'ט זאפארט אוועק.
"בין בין געווארן פאלרוירן. דער איד האט מיר דא אוועק'געחלש'ט פאר מיר. ממש אויף מיינע פיס. וואס טוט מען איצט. וויאזוי ראטעוועט מען דעם איד. וועמען רופט מען?"
עס נעמט נישט לאנג, דערציילט מיסטער וועבער, נישט מער ווי א "צען מינוט..." און די גוי'אישע אי.עם.עם איז אנגעקומען און האבן פראבירט צו העלפן דעם איד. איבריג צו זאגן אז דאס ווארטן צען מינוט האט ליידער דעם איד געקאסט זיין לעבן.", פארענדיגט הערשל וועבער מיט ווייטאג.
איך האב זיך נישט פארזוימט. די געשיכטע און די דראמא איז מיר נישט ארויס פון קאפ, זאגט וועבער. איך האב געשפירט אז איך מוז עפעס טאן אז אזוינס זאל זיך נישט איבערשפילן. איך האב זיך אנגעהויבן נאכפרעגן וואס מ'קען טאן אין א צייט ווען א מענטש פאלט אוועק. אין בין דעמאלטס געוואויר געווארן פון אזא מין זאך וואס הייסט "אקסיגען" טאנק, און דורך דעם קען דער פאר'חלש'ט אטעמען און נאך קליינע קרישקעלעך וואס איז היינט די אלף בית פון פוירסט עיד.
נאך א קורצע וויילע האב איך געשאפט די ארגאניזאציע וואס הייסט הצלה. מ'האט גערופן מיין טעלעפאן נומער אין שטוב 718.387.1750, און מ'האט מיר געלאזט וויסן אז א איד איז אין א צרה, און מ'דארף אים ראטעווען און זאפארט אריינפירן אין שפיטאל.
היינט צוטאגס איז דאס שוין דא אין יעדע אידישער געגענט ווי עס וואונען אידן איבער דער גאנצער וועלט, לונדון, אנטווערפן, בארא פארק, ירושלים בני ברק און כמעט גאנץ ארץ ישראל איסט סייד, קראון הייטס, פלעטבוש, מאנרוי, מאנסי, נייטרא, מאונטענס, אוסטראליע, מאנטריאל, טאראנטא, קווינס, פאסייק, און געיטסעד.
אלע אידישע וואולטעטיגע ארגענעזאציעס וואס זענען טעטיג מיט חסד צווישען די היינטיגע אידענטום איבער דער גארער וועלט.
אבני חסד • אגודת ישראל • בוני עולם •ביקור חולים ד'סאטמאר • ביקור חולים דראקלענד קאונטי • דור ישרים • המספיק • הלל (חזרה בשאלה) • וועד הרבנים • זשוינט • חברה הצלה • חוש • חברים • חסד (ארגענעזאציע) • חברה שומרים • יד שרה • כל ישראל חברים • משמחי לב • עניטיים • עזר לחתנים • עזר לתלמיד •עזר למזון • פחת תקווה • קופת העיר • קרן עזר • קרן חתנים • רב טוב • שערי חמלה • תומכי שבת •