חרדים
פֿון װיקיפּעדיע
חרדים איז א שטרעמונג ביי די יידישע פאלק וואס ענטהאלט סיי ליטווישע און סיי חסידים. זיי גייען מיט שווארצע היט און רעקל. זיי גייען נישט אין קאלעזש, און זענען נאר אקטיוו רוב בדרך כלל אין ביזנעס וואס איז נישט קיין פראפעשנאל און מען דארף נישט האבן קיין גוי'שען חינוך. פארשטייט זיך אז עס דא אויסנאמען.
זיי זענען זייער ארים צוליב די סאך קינדער וואס מען האט, צווישן פינעף און דרייצען קינדער פער פאמיליע.
חרדים זיינען רעליגיע יידן וואס האבן די פאלגנדיגע כאראקטעריסטן:
- פירן זיך שטריינג לויט די הלכה.
- שטעלן תורה אלץ א הויפט ראלע אין זייער לעבן.
- לייקענען אָפּ דער ציוניסטישע אידיאל.
- זיינען אונטער רבניםס הערשאפט.
- אין אלגעמיין גייען זיי אנגעטאן מיט א ווייסע בלוסקע א שווארצע רעקל מיט א היט.
אלע פרומע תורה ארטאדאקסישע אידן וואס גייען אנגעטאן מיט א קאפל ווערן גערופן פרומע אידן, אדער ארטאדאקסישע אידן. אין קאנטראסט צו די פרומע אידן וואס גייען נישט היט בארד און פיאות.
שטרעמונגען:
[בעאַרבעטן] היראכיע
א חרדי איז אויך מער אונטערגעווארפן זיין לעבןס שטייגער צו די באפעלען פון די רבנים, כאטשיג די אנדערע פרומע פאלגן אויך זייערע רבנים זענען אבער די חרדים שטרענגער אונטערגעוואפן צוליב מער אלטמאדישער סיסטעם וואס די תורה אויטאריטעט איז א זאך וואס דער פשוטער המון קען ביי זיי נישט אריינרעדן, און אויך ווייל זיי שטאמן פון די סארט פלעצער וואס די נישט תורה איז געווען אראפגעקוקט ווי ביי די ליטוואקעס און ביי די חסידים וואס זענען געווען די פארגלייבטע אין זייערע רעביס ווי קנעכט צו א הער.
[בעאַרבעטן] אויסזעהן
זיי קוקען אויס אנדערשט ווי די גוים און און פרייע אידן האסן זיי ווייל זיי ווילן זיך נישט אויסמישן מיטן לאנד'ס קאלטור און ציוויליזאציע. נישט נאר ווי די מאדערן ארטאדאקסן וואס שטעלן זיך צו, און גייען יא אין טעאטער'ס און באל שפילן, זענען די חרדים אויסגעשלאסן און אפגעזונדערט מיטן לבוש, נאמען און פירונג.