יאסיר אראפאט
פֿון װיקיפּעדיע
געדינט | |
---|---|
יאנואר 20, 1986 – נאוועמבער 11, 2004 | |
ערשטער פרעזידענט פון דער פאלעסטינער אויטאריטעט | |
פארפאלגער | קיינער |
נאכפאלגער | מחמוד אבאס |
געבוירן | אוגוסט 24, 1929 קאירא |
געשטארבן | נאוועמבער 11, 2004 פאריז |
פאליטישע פארטיי | פת"ח |
מאן/ווייב | סוהא אראפאט |
יאסיר אראפאט איז געווען דער לאנג-יעריגער הויפט פון די פי-על-או (פאלעסטינער ליבעראציע ארגאניזאציע).
אינהאַלט |
[בעאַרבעטן] יוגנד
יאסיר אראפאט איז געבוירן אין 1929 אין קאירא, מצרים, און אויפגעוואקסן אין פאלעסטינע. ער האט גראדואירט פון קאירא אוניווערזיטעט מיט א דעגרי אין ענזשינירונג.
[בעאַרבעטן] פי-על-או
אין די זעכציגער יארן איז געגרידעט געווארן די פי-על-או ארגינאזאציע אלץ א שירעם גרופע פאר אלע וואס האבן געארבעט אויף אוועקצושטעלן א פאלעסטינער לאנד פאר די אראבישע באפעלגערונג אין פאלעסטינע-ישראל. אראפאט איז געווארן די הויפט פון דעם פי-על-או, און אנגעהאלטן אין דעם פאסטן ביז זיין טויט אין 2004.
[בעאַרבעטן] טעראריזם
פאר לאנגע יארן איז אראפאט געווען פארעכנט דורך מדינת ישראל און אנדערע לענדער אלץ אן ארכי-טעראריסט. אונטער זיין פירערשאפט האט דער פי-על-או אונטערגענומען עראפלאן היידזעקינגס און אנדערע טעראר אטאקעס, מיט'ן ציל צו באפרייען די פּאַלאַסטינער פאָלק פון ישראל'ישע הערשאפט.
[בעאַרבעטן] שלום אפמאך
אין 1993 האט ער געשלאסן א שלום אפמאך מיט מדינת ישראל אין אסלאו, נארוועגיע, אונטער וועלכן די פי-על-או וועט זיך אנטזאגן פון באנוצן טעראר און מדינת ישראל וועט זיך ארויסציען ביסלעכווייז פון די אקופירטע שטחים, אויף וועלכע דער פי-על-או וועט אויפשטעלן דער פאלעסטינער אויטאריטעט צו רעגירן אויף א זעלבסטשטענדיגע פאלעסטינער מדינה.
אין דעם זעלבן יאר האט אראפאט באקומען דער נאבעל שלום אויסצייכענונג, אינאיינעם מיט יצחק רבין און שמעון פרס.
[בעאַרבעטן] לעצטע יארן
אין סעפטעמבער, 2000 האט אויסגעבראכן ווידער שלעגערייען צווישן מדינת ישראל און די פאלעסטינער אראבער, און מיט דעם האט זיך אנגעהויבן דער צווייטער אינטיפאדא. ישראל האט באשולדיגט אראפאט אין אונטערצינדן די פאלעסטינער באפעלקערונג און אויף אליין האבן א יד אין די ווילדקייטן. אויך איז ער געווען באשולדיגט מיט נישט טון גענוג צוריקצוהאלטן זעלבסטמארד אטאקעס דורך חאמאס, איסלאמישע דזיהאד, און אל-אקצא טעראר ארגאניזאציעס.
אראפאט איז געשטארבן אין 2004. דער סיבה פון זיין טויט איז קיינמאל נישט קלאר געווארן באשטעטיגט, און דאס האט געפירט צו פארשידענע מיינונגען, אריינגערעכנט אזעלכע ווי ישראל האט אים פארגיפטעט, אדער אז ער האט געליטן פון די עידס מחלה.