יוסף יצחק יעקבסאן
פֿון װיקיפּעדיע
יוסף יצחק יעקאבסאן איז דער רעדאקטאר פון דער אידישער צייטונג דער אלגעמיינער זשורנאל
אינהאַלט |
[בעאַרבעטן] אמאל
חתונה געהאט ביי די זעקס און צוואנציג יאר, פאר דעם זיך אפגעבען צו אויסארבייטן זיין אראטארישן קראפט מיט דער גוטהייסונג פון לובאוויטשער רבין געגאנגן אין קאלעזש, דערגרייכט א דעגרי און לינגוויסטיקס.
[בעאַרבעטן] געשמאקער
זייער א געשמאקער ליבעראלער שמועסער, אנדערש ווי דעם טאטען גרשון וואס איז געווען א נערוועזער איינזייטיגער איד פונעם אלטן דור מיטמאכענדיג אסאך.
[בעאַרבעטן] משיחיסט
ער האט סימפּאַטיע צו דעם משיחסטישן לאַגער, און זיין פּאַפּולערער כוח קומט טאקע פון דעם וואס ער רעדט אסאך ארום פון העכערע מיסטישע און האקעלע באגריפן פון תניא אויף א היינטצייטיג-מאדערנער מגושמ'דיגער שפּראַך, דאס מטעים צו זיין און אויפלעבן פאר מאדערנע אויפגעקלערטע מענטשן.
[בעאַרבעטן] משפיע און רעטאריקער
ער לערנט פאר יעדע וואך פאר יעדע וואך פאר ליטווישע בחורים און אינגעלייט אינעם "תורה ודעת" בנין אין קענזיגטאן, וואס דארטן נוצט ער מוסר און השפקה פון די ליטווישע גדולים.
אויך פאר געוועזענע סאטמוירים אין מאנסי און אין בארא פארק היכל מנחם, ווי ס'גיסן זיך פון זיין מויל גאנצעטע שטיקער "דברי יואל" "חידושי תורה" און "ויואל משה". ער איז א ריכטיגער דורכגעווייקטער חסידישער איד, וואס אויב מ'וועט אים אויפשניידן דעם קליינעם פינגער וועט זיך גיסן חסידישע טייטשען און מעשיות אנשטאט בלוט. ביי די דרייצן יאר האט ער שוין געדינט אלס א שרייבער פון לובאוויטשער רבין'ס שיחות, ארויסהעלפענדיג זיין גרויסן ברודער ר' סימון. די טאטע ר' גרשון פלעגט זיך אייביג גרויסן צו די סאטמארע אידן וואס האבן אים געווארנעט אז מיטן שרייבן קעגן סאטמערן רבין וועט ער האבן קינדער וואס וועלן זיך שמד'ן, אז זיי זאלן קוקען אויף זיין זון ר' יוסף יצחק'ס חסידות יראת שמים און למדנות, און זיך וואונטשען נאר אזעלכע משומדים פאר גאנץ כלל ישראל.
[בעאַרבעטן] זיין רעדאקטירונג אין אלגעמיינער
ווען זיין טאטע איז געשטארבן איז זיין עלטערער ברודער, ר' סימון, געווארן דער ארויסגעבער פון צייטונג, און ר' יוסף יצחק איז געווארן דער רעדאקטער פון אלגעמיינער.
אויך האבן זיי געפענט א וועבזייט, [1] וואס האט 30,000 ליינער וועכענטליך, און ווערט באנייט יעדע וואך.
אויך האבו זיי צוגעברענגט ארטיקלן פון אפגעפארענע סאטמערע אינגלייט ווי קטלא קניא און היימישע קרעטשמע ניקס.
אויך האבן זיי דאס פארוואנדעלט אין שיינע גראפיקס צו ציען דעם אויג.
אבער למעשה האט דער צייטונג נאך א סך צו וואקסן, און דער ברייטער עולם ערווארט גרויסע אנטוויקלען אין דעם צוקונפט פון צייטונג.
[בעאַרבעטן] משגיח
ער דינט אויך אלס משגיח און משפיע אין איינע פון די לובאוויטשע ישיבות אין קראון הייטס פאר שוואכערע בעלי תשובה בחורים וואס קלאמערן זיך צו אים האבענדיג דעם אפענעם מאדערענם צוגאנג צו אידישקייט וואס פרומערע חברה קענען נישט האט ער די ריכטיגע שפראך צו זייערע ספעציעלע נסיונות און הייבט זיי אויף אין אידישקייט. (דער וועלט בארימטער "מתתיהו" איז פון זיינע תלמידים)
[בעאַרבעטן] כאריזמע
אסאך ציטערן אז ער ווערט א קולט פיגור, ווייל ער איז היינט צוטאגס דער איינציגסטער רעדנער פון חבד משפיעים וואס ווען ער רעדט עפענען זיך אלע מיילער און א שטילשטאנד הערשט אין דעם אוידיענס. חבד חסידים זענען דאך שיכורים און בעלי גאווה, זיי שטיל צו מאכן ביי א דרשה איז נישט מעגליך, אבער יאסי מיט זיין אריטארישען קראפט באווייזט קונסטן. און דאס באזארגט פילע אז ער ווערט א אכטער לובאוויטשער רבי.
אויך איז ער דער איינציגסטער און ערשטער וואס דרשנט אין 770 שול ארגינעלע דרשות, נישט נאכבאמבעלנדיג שיחות פון לובאוויטשער רבין אזוי ווי ר' יואל כהן און אנדערע חסידים, אוואדאי ווערט דאס צאם געקניפט און געבויט אויף תורת פון ליובאוויטש רבין, אבער ער לייגט דאס סאך בעסער אראפ און מאכט דאס פיל מער אינטערסאנטער און רייכער.
אבער אנדערע זאגן אז דער זארג איז אומבאזירט ווייל יאסי האלט זיך נישט פאר קיין צדיק, ער זאגט אפען אז אלס בחור האט ער נישט געלייגט קיין תפילין א שיינע שטיק צייט און ער האט א גראבע נשמה, מיט סך הכל א פעמענאלע זכרון און פעלזן פעסטע חינוך פון זיין זשורנאליסטישן טאטען ר' גרשון און תלמיד פון דעם דור'ס זשעני לובאוויטשער רבי וואס האט אים געבויט אלס מויל שטיק פאר אידישע הערצער. ער גייט טאקע ארום נישט ווי קיין לובאוויטשער חסיד, מ'קען אים אפט זעהן אן די היט און רעקל, און זיין שפראך איז נענעטער צו זשערי ספרינגער, צוליב די פילע שאַק ווערטער און רעפעראנצן צו סעקס און אנדערע גראבע מענטשליכע גלוסטן, ווי איידער צו ר' יואל כהן, וואס רעדט טאקע ארום די זעלבע סאביעקטן, נאר קלידט זיי אן מיט לשון קודש אומפארשטענדליכע טערמינען פון תניא און חסידות...
אבער דאס באזארגט אויך זיינע קריטיקירער וואס פרעגן זיך די הימל שרייענדע קשיא, וויאזוי האט זיך חבד אזוי דערקייקעלט אז א זשערי ספרינגער איז מער אויפגעכאפט ווי א כניאק וואס דינט דער באשעפער.?
[בעאַרבעטן] טרעוולינג שליח
אבער דערווייל קומט ער צוניץ פאר דעם שליחים נעץ איבער די וועלט, וואס מוזן אהערשטעלן אינטערסאנטע בעלי דרשנים פאר זייערע האלב פרייע אידן וואס ווערן נענטער צו תורה ומצוות און מ'דארף כסדר מאכן נייע אינטערסאנטע אקטיוויטעטן אנצוהאלטן זייער פייער און ענטוזיאזום צו אידישקייט, אויף דעם לאזט זיך יאסי קאסטן שווערע געלטער, און ער פארט טאקע ארום איבער די גארער וועלט אויפטרעטן און עלעקטעריזירן די מאסן אידן אין די חבד הייזער פאר גוט באצאלט, ער איז היינט דער טרעוועלינג שליח, זיין חבד הויז איז אין אלע עראפלאנען.
[בעאַרבעטן] דערויסענדע לינקס
- פארשידענע אויסדרוקן פון אים: היינט איז חסידות געווארן א לאנגווייליגער לימוד. סאטמאר איז א שיינע ריזיגע קהילה, וואס אויף דערווייל זענען זיי נישט מסוגל צו פארשטיין די מהלך הנפש פון חב"ד. די ריכטיגע באדייט פון א צייטונג איז א "ביטול תורה אמיתי" [2]
קאַטעגאָריעס: רבנים | לובאוויטש | רעדאַקטאָרען | רעדנער | שרייבערס