יחזקאל
פֿון װיקיפּעדיע
יחזקאל איז געווען א נביא אין די צייטן פון בית ראשון און אויך נאכן חורבן הבית. ער האט נבואה געזאגט צו ווידער פאראייניקן מלכות יהודה מיט מלכות ישראל און ווידער בויען א בית המקדש אין ירושלים, אבער צום סוף איז די נבואה נישט מקויים געווארן, די עשרת השבטים פון מלכות ישראל האבן זיך צעמישט מיט די גוים, און נאר מלכות יהודה האבן זיך צוריק געקערט אין ארץ ישראל און געבויעט דער בית שני.
אבער די רעליגיעזע גלויבן אז כאטש וואס די נבואה איז טאקע נאך נישט מקוים געווארן, אבער לעתיד לבוא וועט גאט אומקערן אלע אידן אויך פון די עשרת השבטים צו ירושלים און גאט וועט זיי בויען דעם בית המקדש השלישי. (זעט אויך: סאמבאטיאן).
[בעאַרבעטן] תחיית המתים
אזעלכע לערנען ארויס פון וואס ס'שטייט אין ספר יחזקאל (פרק ל"ז) אז לעתיד לבוא וועט זיין תחיית המתים, און אזעלכע זאגן אז גאט האט אים געזאגט די נבואה נאר אלס א משל אויף כלל ישראל וואס זעהען אין גלות אויס ווי טרוקענע ביינער, און גאט וועט זיי גערן אויסלייזן און באפרייען פון דער גלות:
הָיְתָה עָלַי, יַד-יְהוָה, וַיּוֹצִאֵנִי בְרוּחַ יְהוָה, וַיְנִיחֵנִי בְּתוֹךְ הַבִּקְעָה; וְהִיא, מְלֵאָה עֲצָמוֹת. וְהֶעֱבִירַנִי עֲלֵיהֶם, סָבִיב סָבִיב; וְהִנֵּה רַבּוֹת מְאֹד עַל-פְּנֵי הַבִּקְעָה, וְהִנֵּה יְבֵשׁוֹת מְאֹד. וַיֹּאמֶר אֵלַי--בֶּן-אָדָם, הֲתִחְיֶינָה הָעֲצָמוֹת הָאֵלֶּה; וָאֹמַר, אֲדֹנָי יְהוִה אַתָּה יָדָעְתָּ. וַיֹּאמֶר אֵלַי, הִנָּבֵא עַל-הָעֲצָמוֹת הָאֵלֶּה; וְאָמַרְתָּ אֲלֵיהֶם--הָעֲצָמוֹת הַיְבֵשׁוֹת, שִׁמְעוּ דְּבַר-יְהוָה. כֹּה אָמַר אֲדֹנָי יְהוִה, לָעֲצָמוֹת הָאֵלֶּה: הִנֵּה אֲנִי מֵבִיא בָכֶם, רוּחַ--וִחְיִיתֶם. וְנָתַתִּי עֲלֵיכֶם גִּידִים וְהַעֲלֵתִי עֲלֵיכֶם בָּשָׂר, וְקָרַמְתִּי עֲלֵיכֶם עוֹר, וְנָתַתִּי בָכֶם רוּחַ, וִחְיִיתֶם; וִידַעְתֶּם, כִּי-אֲנִי יְהוָה. וְנִבֵּאתִי, כַּאֲשֶׁר צֻוֵּיתִי; וַיְהִי-קוֹל כְּהִנָּבְאִי, וְהִנֵּה-רַעַשׁ, וַתִּקְרְבוּ עֲצָמוֹת, עֶצֶם אֶל-עַצְמוֹ.