ישראל אהרן קלעצקין
פֿון װיקיפּעדיע
ר' ישראל אהרן קלעצקין איז א באקאנטער צעטליך און פאשקאווילן קלעבער אין די ווענט פון מאה שערים און אין גאנץ ירושלים די ביזנעס גייט שוין פון זיין טאטע וואס פלעגט אויך האבן א לעגענדארע באקאנטשאפט אין די אמאליגע ירושלים. ער פלעגט זיין בדחן ביי ירושלים חתונות, אויך דער זינגער און אויך די כלעזמער שפילער. און אויך די קול אויסצורופן אלע לוויות.
ווען די טאטע איז געשטארבן האט דער אינגערמאן ר' ישראל אהרן איבערגענומען די ביזנעס און איר געפירט אויף א מאדערן שטייגער וואס האט ארוסיגענומען די קנאים פון גלייכגעוויכט ביז זיי האבן געפענט אן אייגענע פאבריק מרום צו קאנקורירען מיט דעם. זינט דאן גייען אן שאלכטן פון ביידע קאמפאניס וואס בלוט גיסט זיך ווי וואסער רייסענדיג איינער דעם אנדערן'ס צעטליך.
זיין מאדערןקייט שפיגעלט זיך אפ מיט די פאלגענדע אקטן:
- ער איז אן אקטיאר צוזאמן מיט זיין ווייב אין א פרייע פילם איבערן לעבן פון פרומע. ער ענטפערט אז ער האט דאס געטאן פאר קירוב.
- ער אז פון די מתמידים אנהענגער, וואס זענען אלטע קאלטע ירושלים נאטור וואס האבן זיך נישט אנגענומען די קנאות לעבנסשטייגער און לאכן זיך אויס פון אלע חסידישע מנהגים און ליטווישע ערענסקייטן.
- ער האט געשלאסן א אפמאך מיט די צינוסטישע שטאט ראט אלס אן אקסקלוסיבער קלעבער.
- ער קלעבט נישט קיין פאשקעווילן וואס זענען זייער שארף געשריבן קעגן ציונים. נאר נאך צענזור דורך אים.