לחיים
פֿון װיקיפּעדיע
לחיים איז א וווּנטש וואס מען זאגט ווען צוויי פריינד אדער מער טרינקען צוזאמען אלקאהאלישע געטראנקען (שארפע משקה).
ווען מען ווינטשט דעם צווייטן א לחיים, פירט מען זיך די גלעזער אויסשטעקן און זיי צוזאמען קלאפן איינער מיטן אנדערן, נאכער גיט מען א זוף. ביי עטליכע קרייזן ווי ביי די חסידים, פירט מען צו פריער געבן א זוף, און נאר דאן ווינטשן איינער דעם צווייטן א לחיים מיט אויפהייבן דעם גלעזל הייך אדער מיט זיך געבן אלבע הענט (נאר מיט די שפיץ פינגערס).