הילף:מוסטער
פֿון װיקיפּעדיע
א מוסטער איז א קעסטל (ס'קען זײַן קורץ אדער גרויס) וואס איז געמאכט אריינצושטעלן אין אנדערע ארטיקלען דורך לייגן נאר דער מוסטער קעפל אלץ אן אפקירצונג. א מוסטער ווערט געמאכט אזוי ווי א געווענליכע ארטיקל נאר מיט'ן צוגאב "מוסטער:" פאר'ן נאמען. געוויינטלעך נוצט מען א מוסטער כדי צו שפּאָרן איבערשרייבן די זעלבע אינהאלט אין פילע ארטיקלען.
ביישפיל: אויף גרינג אריינצולייגן די ווערטער "דעם ארטיקל דארף מען פאררעכטן", מאכט מען א מוסטער "מוסטער:פאררעכטן" און מען לייגט דערין די דערמאנטע זאץ. דערנאך שטעלט מען אריין דעם טעקסט "{{פארעכטן}}" אין וועלכן ארטיקל מען ברויך און די דערמאנטע זאץ וועט אין עם ערשיינען אויטאמאטיש.
כדי צו מאכן א מוסטער, שרייבסטו ביים זוכן קעסטל: מוסטער:XXX. נאכער שטעלסטו אויס דער מוסטער. אויב דו ווייסט נישט ווי אזוי צו אויסשטעלן, קענסטו זיך נוצן מיט אנדערע מוסטערן. וו.צ.ב. גיי אריין אין מוסטער איבערשרייבן, און קאפיר די טאבעלע, און טויש נאר די ווערטער. אויך איז כדאי צו טוישן קאלירן, וואס דאס מאכט מען מיטן בייטן די נומערן #FFFFF.
- פארזיכטיג: כדי צו שרייבן עפעס אין א מוסטער, וואס זאל זיך נישט ווייזן אין יעדע ארטיקל ווי מ'וועט שטעלן דעם מוסטער, וויל למשל ביי אן אינטערוויקי לינק, וואס זאל זיך נישט איבערחזרן אין יעדע ארטיקל וואס וועט לינקן צו די מוסטער אנשטאט די ארטיקל,
שרייבט אריין א "נאן אינקלוד" צייכן ווי דאס:
<noinclude> שטעלט דא אריין אלע זאכן וואס זאלן זיך נישט מיטראגן מיטן מוסטער. </noinclude>
- הילף אויף אלע מוסטערן
- אלע מוסטערן