מנובל
פֿון װיקיפּעדיע
געהערטער באנוצער! דער אינהאלט פון אט די בלאט ענטהאלט מעגליך רייד וועלכע זענען מער צופאסענד פאר ערוואקסענע. ביטע נעם דאס אין אכט איידער איהר פאנגט אן לייענען. |
מנובל אדער חזיר איז יעדער וואס רודף'ט אנדערע אומשולדיגע אומבאהאלפענע שוואכערע מענשטן מיט זיי צו האבן סעקס דורך פארגעוואלדיגן אדער סתם סעקסועל צו באלעסטיקן.
א טייל רופן אויך אן מנובל יעדער וואס באשעפטיגט זיך אסאך מיט סעקס און ער קלערט אסאך דערפון. אפילו ער טוט נישט למעשה קיין שריט צו באלעסטיגן אנדערע.
אסאך מאל איז דאס אינגע קינדער, מיידלעך, און ביי חרדים בעיקר אינגלעך, - דאן הייסט דאס א קרענק פון פעדעפיליע
אבער עס איז אויך אויף פרויען אדער אפילו בחורים וואס קענען זיך נישט אן עצה געבן מיט די סוטים און פאלן קרבנות צו זייערע אטאקעס.
דאס איז א קרענק פון וואס מ'קען זיך נישט היילן און געווענליך די וואס פאלן קרבנות און די אינגע יארן צו אזעלכע מנובלים וואקסן אויף שפעטער צו טאן די זעלביגע.
[בעאַרבעטן] חינוך
פעדעפיליע טרעפט זיך ביי די מלמדים, משגיחים איבערהויפט די כאריסמאטישע און געלונגענע וואס די עלטערן און קינדער טראסטן און ליבען דאס מערסטע, אין חדר אדער אין ישיבה
אמאל איז דאס געווען אין פארעם פון אראפציען די הויזן און פראקן, דאס איז היינט אומלעגאל און מ'קען ארעסטירן ווייל דאס ווייזט אז די מלמד האט ליעב קינדער. היינט אין אמעריקע קען מען ארעסטירן יעדער עלטערער מאן וואס לייגט א האנט אויף א קינד, ממילא מאכט זיך דאס די מערסטע ביי דייקא די מענטשן וואס זענען מאנופולירער און חברה לייט וואס ווייסן וויאזוי צו ווערן באפריינדעט מיט די קרבנות. און זיי צווינגען אויף א קליגערן אופן.
[בעאַרבעטן] פראבלעם וואס קען אנהאלטן אייביג
וויבאלד אונזער חרדישער לאגער איז זייער פארמאכט, און די רודפים זענען געווענליך גאר קלוגע און זיי לאקערן נאר אויף קרבנות וואס האבן א היסטאריע פון א צובראכענע שטוב אדער נפשיות'דיגע פראבעלמען, גלייבט קיינער נישט דעם קרבן און דער רודף קען אנגיין יארן.
[בעאַרבעטן] דערויסענדע לינקס
- א ליסטע פון מנובלים, לויט די געגענטער, וואו זיי וואונען כדי זיך צו היטן די קינדער און פרויען פון זיי. טייפט אריין 11211 פאר וויליאמסבורג אדער סיי וואסערע זיפקאוד איר וואונט