מענדעלע מרימנוב
פֿון װיקיפּעדיע
ר' מענדלי מרימונב זצ"ל איז געווען ביי די חסידים איינע פון די דריי גרויסע צדיקים, וואס זענען די רבי'ס פון חסידישען פוילישען, אונגארישען אידענטום, זיי זענען געווען תלמידים פון ר' אלימלך מליזענסק זצ"ל. וואס האט איבער געלאזט זיין קדושת המוח פאר זיין תלמיד רבי ר' מענדלי.
צדיקים האבען געזאגט, אז דער שם הויה האט זיך מתלבש געווען אין א ספאדיק און בעקישע, דאס איז רבי ר' מענדלי מרימנוב (דברי תורה - מונקאטש בשם צדיקים).
עס איז באקאנט, אז די דריי צדיקים האבען געוואלט בריינגען משיח מיט זייערע הייליגע כוונות, אבער זייער תלמיד רבי נפתלי מראפשיץ זצ"ל, האט געהאלטען אז אויב מ'וועט גיין אויף דעם וועג, קען זיין גרויסע הריגות, וועגן דעם האט ער נישט מסכים געווען, און דערפאר איז ער געפארען אויף ימים נוראים קיין רימענאב, דארט האט מען אים מכבד געווען צו דאווענען פארן עמוד, ווען ער האט געדאוונט פארן עמוד האט ער אויסגעדרייט, אז איבעראל ווו דער מנהג איז צו וויינען, האט ער געזינגען פרייליכע ניגונים, און איבעראל ווו מ'זיגנט פריילכע ניגונים, האט ער געוויינט מיט טרויעריגע ניגונים, ביז ער האט ממש צומישט זיין רבי'ן ר' מענדלי, ער זאל נישט קענען מכוון זיין.
מוצאי יו"ט, האט ר' נפתלי מורא געהאט פון די הקפדה פון זיין רבי'ן, איז ער אנטלאפן קיין קאזניץ צום מגיד. אינדעפרי ווען דער מגיד איז צוריק געקומען פון מקוה, זייער אפגעשוואכט, און זיך געוואלט אריין לייגן אין בעט פון גרויס שוואכקייט, האט ער געטראפן אין בעט ליגט רבי ר' נפתלי. ר' נפתלי האט געזאגט: איך גיי נישט ארויס פון בעט, נאר אויב דער רבי (קאזניצער מגיד) וועט מסכים זיין מיט מיר, און אראפ נעמען די הקפדה פון רבי ר' מענדלי, און דער קאזניצער מגיד האט מסכים געווען מיט אים.
דעמאלט ווען רבי ר' מענדלי האט געזען אז דער קאזניצער מגיד איז אויך מסכים מיט ר' נפתלי, האט ער געזאגט: איך האב געוואלט אז די גאולה זאל שוין זיין זייער נאנט, אבער וויבלאד מ'האט עס אפגשטופט, וועלן נאך אונטערוואקסען גרינע ווערעם, מיט קופערנע פיסקעס (דברי תורה - מונקאטש בשם צדיקים)