משה אריה פריעדמאן
פֿון װיקיפּעדיע
ר' משה אריה פרידמאן איז א קאנטעראווערסיאל עסקן און זעלבסט געקרוינטער רב און נטורי קרתא אקטיוויסט אין אייראפע וויען עסטרייך. ער האט זיך געפענט אן אייגן שול ווייל מען האט אים ארויסגעווארפן פון אלע אידישע שולן אין שטאט נאכדעם וואס ער טרעט כסדר אויף אין די וועלט פרעסע צו פארדאמן די ציונים און זייער מדינת ישראל.
פון זיינע טריקס וויאזוי צו כאפן די אנטעשאן פון די מידיע טרעפט ער זיך מיט פאליסטינער רוצחים און סתם ווייסע אנטיסעמיטן כדי מ'זאל אים אויסהערן.
[בעאַרבעטן] פרידמאנ'ס ביאגראפיע
משה אריה פרידמאן איז געבוירן אין התשל"ב. זיינע עלטערן האבן זיך געצויגן קיין קרית יואל אין התשל"ד. משה אריה איז טאקע אויפגעצויגן געווארן אין קרית יואל, אלס א סאטמאר יונגל, אבער ער איז קיינמאל קיין עקסטרעמער נישט געווען. ער פארמאגט א פיין קעפל.
אלס בחור האט ער אביסל ארומגעוואנדערט צוליב שטוב פראבלעמען. ער האט געלערענט אין די מתיבתא אין קרית יואל, און שפעטער איז ער אנגעקומען אין תורת חסד ישיבה.
ער האט חתונה געהאט קיין אנטווערפען, און האט זיך צוגעטשעפעט צו די עקסטרימיסטן אסאך יארן נאך זיין חתונה, ביז ער האט זיך צוביסליך ארויפגעדראפעט צו ווערן פון די סאמע עליטע פירער פון די פאנאטישע נטורי קרתא באוועגונג.
ער איז דער נעפיו פון ר' משה גבאי, זיין טאטע איז געווען גע'גט און געהאט א שווערן חינוך אין די אינגע יארן.