משה בער בעק
פֿון װיקיפּעדיע
הויפט אקטיוויסט פון די עקסטרעמיסטישע נטורי קרתא גרופע אין אמעריקע וואס זענען פעסט אין זייער קאמפ קעגן ציונות.
ער האט געלערנט אלס בחור אין וויזניץ בני ברק, און איז געווען שפעטער צווישן די גרופע מורדים דארטן.
זיין ברודער איז אויך א וויזניצער חסיד און ער איז דער רב פון די ארטאדאקסישע קהילה אין מעלבוירען אויסטראליע.
לעגענדעס פליען אויף זיין גרויסע כוחות הנפש און מסירת נפש פאר זיין אידישקייט, אלס בחור איז געזיצן און געלערנט זיבן יאר אין ישיבה און משך פון די צייט קיינמאל נישט ארויס אויפן גאס אונטערן זון שיין, אזא התמדה האט ער געהאט!
היינט צוטאגס, ער פאסט משבת לשבת און פירט זיך מיט שטארק פרישות ער גייט אנגעטאן מיטן ירושלים לבוש, ווי איר זעהט אויפן בילד, און לעבט מיט גרויס עניות ודחקות.
ער וואונט אין מאנסי און האט א שול מיטן נאמען "בית היהודי"
ער האט שוין ארויסגעגעבן פארשידענע ספרים אויף פארשידענע טעמעס, אויף צניעות, קעגן קרית יואל סקול דיסטריקט און קעגן ציונות, און נאך.
קאַטעגאָריעס: עסקנים | קנאים | רבנים