משה דוד נידערמאן
פֿון װיקיפּעדיע
ר' משה דוד נידערמאן איז אנערקענט ביי אסאך אלס הויפט פּאָליטישער שתדלן און עסקן פאר די חסידישע איינוואונער פון וויליאמסבורג.
פאָרזיצער פון רב טוב צו ראטעווען איראנער אידישע פליטים.
ער איז פארפיינטעט ביי די ארונים, צוליבן אויסניצן זיינע פאליטישע קשרים לטובת די זאליס.
אבער ער טענה'ט אז ר' אהרן טייטלבוים מיט זיינע חסידים זענען נישט בעל הבית אין וויליאמסבורג, און ער טוט וואס רוב איינוואונער ווילן און זיי זענען לויט אים מער גענויגט צו ר' זלמן לייב טייטלבוים און די זאליס.
זיין היסטאריע איז אז ער האט שווער געארבייט יארן לאנג אונטער ר' אהרן טייטלבוים און די אהרונים און זיך אנגליטן פון זייער קאמיניזום דערפאר איז ער אזוי האסטיג און אקטיוו קעגן זיי. אבער די ארונים ענטפערן צוריק אז די טעראר אים צו דערשטיקן איז דאן געווען אנגעפירט דורך נישט קיין אנדערער ווי משה גבאי און ר' אהרן טייטלבוים איז נישט דערין שולדיג ווייל ער איז נאר נאכגעגאנגן די דיקטאטן פון זיין "געוועזענער" אויבערהער משה גבאי.
קאַטעגאָריעס: עסקנים | סאטמאר | וויליאמסבורג | זאליס