סעודה המפסקת
פֿון װיקיפּעדיע
סעודת המפסקת איז טייטש די אפטיילונגס סעודה און איז די סעודה וואס מען עסט איידער א תענית וואס האלט אהן א טאג מיט א נאכט פאנגט זיך אהן.
עס זענען דא 2 סעודות המפסקת איבער די יאר, איינס אום ערב תשעה באב, און די צווייטע אום ערב יום כיפור.
[בעאַרבעטן] הלכות און מנהגים
עס זענען דא פארשידענע הלכות און מנהגים ביי די סעודת המפסקת.
- וויבלאד עס איז די לעצטע סעודה פון פאר די תענית פאנגט זיך אהן איז דא וואס האלטן אז מען דארף זיך אויסנעמען פארן בענטשן אז מען גייט עסן נאך עפעס פאר די תענית קומט אריין, אויב מען וויל עפעס עסן, אנדערש מעג מען נישט עסן.
[בעאַרבעטן] ערב תשעה באב
- ערב תשעה באב זיצט מען אויף די ערד ווען מען עסט די סעודה, און מען עסט דאס נישט צוזאמן מער ווי 2 מענטשן, כדי מען זאל נישט מחויב ווערן צו בענטשן מיט מזומן.
- ערב תשעה באב פירט מען זיך צו עסן אן איי מיט אש ביי די סעודה, ווייל מען זאל זיין גלייך צו אן אבל.
[בעאַרבעטן] ערב יום כיפור
- ערב יום כיפור פירט מען זיך צו דאווענען מנחה פאר די סעודה און מען זאגט על חטא ביי מנחה, כדי אז אויב דערשטיקט מען זיך ביי די סעודה זאל מען האבן געזאגט ווידוי.