ענציקלאפעדיע
פֿון װיקיפּעדיע
ענציקלאָפּעדיע שטאמט פון א גריכיש ווארט, "אנציקלא: אינפארמאציע - פּעדיע: ארומנעמענדיג" דאס הייסט אַ פֿאַרזאַמלונג פֿון װיסנשאַפֿט אױף אַלע טעמעס.
דעם דאָזיגן ווערסיע פֿון אײַנזאַמלען לױטן אַלפֿאַבעטישן סדר פֿון די הױפּט־װערטער די ארטיקלען וועלכע ווידמען אלע-ערלײ צענטראַלע באַגריפֿן, דערשײַנונגען און װי אױך מענטשן, ערטער, געשעענישן אאז"וו, האָבן אין דעם 18טן יאָרהונדערט אױסגעטראַכט די פֿראַנצויזישע פֿילאָזאָפֿן, שרײַבער און װיסנשאַפֿטלער װעלכע מען רופֿט טאַקע "די ענציקלאָפּעדיסטן" מיט דידראָ אין הויפטּ. דער דאָזיגער סיסטעם פֿון צונױפֿזאַמלען די סאַמע בעסטע וויסענשאפטן, קענטעניסן און באגרייפונגען פֿון יעדן גענעראציע איז געװאָרן גאָר שטאַרק פֿאַרשפּרײט איבער דער ציװיליזירטער װעלט, זינט דער סאַמע ערשטער פֿראַנצויזישער ענציקלאָפּעדיע האָט דער "ענציקלאָפּעדישער" זשאַנער זעלבסט דורכגעמאַכט פֿאַרשידענע גילגולים אין די װײַטערדיקע פּעריאדן װי אױך בײַ פֿאַרשידענע פֿעלקער און קולטור־קרייזן.
[בעאַרבעטן] דערויסענדע לינקס
- יידישע רעליגיע ענציקלאפעדיע (העברעיש). דעת
- זשאואיש ענציקלאפעדיע (ענגליש). [1]
- אנציקלאפעדיע תלמודית. [2]