קישינעוו פאגראם
פֿון װיקיפּעדיע
קישינעוו פאגראם איז געוועזן אן אויסטערלישע פאגראם קעגן די יידן אין רוסלאנד אין יאר ה'תרס"ג ; 1903.
די פאגראם האט זיך אנטוויקלט אין קישינעוו מיט די הילף פון די רעגירונג און בראשם דער רוסישער אינערן מיניסטער נאך וואס איז פארשפרייט געווארן א בלוט בילבול קעגן די יידן אז זיי האבן געהרגעט קריסטלעכע קינדער כדי צו מאכן מיט זייערע בלוט, מצות אויף פסח.
אין פארלויף פון 3 טעג האבן די צעשויבערטע געמארדעט פארווונדעט און בארויבט פיל יידן. זיי האבן אראפגעווארפן קינדער פון די הויכע שטעק און זיי אויסגעהאקט די אויגן. די רוסישע פאליציי האט זיך נישט אריינגעמישט צו פארמיידן די פאגראם. אין די פאגראם זיינען געשטארבן 49 יידן, און ארום 500 הונדערט זיינען פארווונדעט געווארן, און נאך הונדערטער הייזער און געשעפטן זיינען בארויבט און פארברענט געווארן.
די פאגראם האט צושוידערט די גאנצע וועלט און איבערהויבט די יידן פון די שטארקע אנטיסעמישקייט. חיים נחמן ביאליק האט געשריבן זיין באוווסטע ליעד "על השחיטה". אויך האט די פראגראם צוגעשטופט פיל יידן צו עמיגרירן פון רוסלאנד צו די פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע און א קליין טייל ארץ ישראל ביי די צווייטע אימיגראציע. בנימין זאב הרצל האט געטוישט זיין געדאנק צו אויפשטעלן א יידישע רעגירונג אין ארץ ישראל און נישט ערגעץ אנדערש ווי ער האט פריער געהאלטן.