שטאלץ פאראדע
פֿון װיקיפּעדיע
שטאלץ פאראד איז א יערלעכער גאסן-פאראד (אויפמארש) וואס ווערט ארגאניזירט דורך האמאסעקסואלן אין רוב גרויסע שטעט פון די וועסטליכע קולטור איבער דער גארער וועלט . דער ציל מיט דעם פאראד איז צו דערקלערן דע-פאקטא, ליבעראליזירן, און נאנט-ברענגען דעם געדאנק פון דערלויבן דאס סעקסואלע צוזאמלעבן פון מענער מיט מענער און פרויען מיט פרויען.
אין אנפאנג האבן אלע לענדער באשטימט א באזונדער טאג פאר דער שטאלץ פאראד. אבער זינד די 90קע יארן האט מען באשטימט דאס צו טון אין באזונדערע טעג, כדי זאלן אזעלכע זיך קענען מיטטיילן אין פארשידענע פאראדן.
אין אנפאנג איז דער פאראד געווען אויף א נעגעטיווער פראטעסט סטיל, אבער היינט זעט דאס אויס מער אלס א קארנאוואל וואס אלע גייען (עטוואס) אנגעטון, אזעלכע האלב נאקעט ארויס צו ווייזן ווי מער פלייש, מיט בלויז די אונטערהויזן. קאלירט מיט מוזיק באגלייטונג, צו ארויסווייזן זייער שטאלץ מיט זייער סעקסולערע נייגונג און דאס לעגעטים מאכן פאר די מענטשהייט.
די מארטשן איבעראל זענען געווארן פארוואנדעלט אין א ציאונגס קראפט און ספעקטאקעל פאר נארמאלע מענטשן אויך וואס ווילן זיך זעטיגען די אויגן מיט סעקס, ווייל די סארטן חברה וואס מארטשירן האבן מער א ליבעראלן צוגאנג צו סעקס. און זיי ווארפן אראפ אלע נאראמאלע גדרי הצניעות וואס דער אלגעמיינער געזעלשאפט איז באגרעניצט, דורך דאנקן, לויבן און פייערן די גוטער תאווהדיגער לעבנסשטייגער וואס הייסט אויך אזוי געי אין פשוט ענגליש מיינט פרייליך, און עס קומט דורך אזא מעסעדזש כאילו צו זאגן אז זייער לעבן איז עפעס מער פרייליך און תאווהדיג ווי די גראדע מענטשן וואס לעבן ווי דער טבע מאן און פרוי בדוקא און נישט פון זעלבן מין.
אבער זיי טענה'ען אז די פאראדעס איז געווארן א סעקסואלער תאווה מארטש נאר צוליב דעם ווייל די געזעלשאפט וויל נישט אנערקענען זייער לעבן אלס נאטורליך, ווערט דאס איינגענומען דורך אינגע היציגע בלוט וואס טוען דארטן אפ סעקסואלע טענץ און תנועות, וואס שאפט זיי אזא אימעיזש אלס שמוציג און פארנאגראפישער אויסשטעל, אבער ווען מען וועט לעגאליזירן און לגעטימיזירן די געי לעבנסשטייגער ארום די וועלט זיי צו געבן משפחה רעכטן פונקט ווי די גראדע, דאן וועט זיך נישט מער אויספעלן צו מארטשירען זייער תאווהדיגער נויגונג אויף די גאסן בריש גלוי, און צניעות וועט זיך צו זיי אויך צוריקערן.
[בעאַרבעטן] קעגנערס
די מאנאטיסטישע רעליגיעזע, און אלע טראדיציאנאלע מענטשען, איבערהויפט (יידן, מוסלעמער און קריסטן) זיינען קעגן דער פאראד. אין די יידשע תורה איז פארבאטן זאל א מאן האבן געשלעכט מיט זיין אייגן מין, דאס הייסט "משכב זכר" און ווערט פארעכענט פון די סאמער גרעסטע עבירות ווי עס ווערט באטיטולט מעשה סדום וואס מען דארף חרוב מאכן די גאנצע שטאט פאר דעם.
[בעאַרבעטן] אידישקייט
ביי די פרומע געמיינדע האט מען קיינאמל נישט אזוי שטארק גערעדט דערפון צוליב איר פראבלעם וואס מ'זאגט פאר קינדער וואס האבן נאכנישט די סעקסואלער תאווה אזוי אנטוויקעלט און וועלן אנקוקן די סארט משכב זכר עבירה לעגטים און עקזיסטירענד.
אבער נאוועמבער 2006 האט זיך דאס געטוישט, ווייל דאן האט געדארפט פארקומען אזא פאראד אין ירושלים דאן האבן די פרומע דערוועקט און האבן אנגעפירט הפגנות קעגן דער תועבה מארש (ווי זיי רופן דאס לויט ווי זייער תורה רופט דאס), דער מערכה האט טאקע נישט געדינט אזוי שטארק קעגן די געי עבירה ווי איידער צו פארדייטיקן און קעמפן פאר קדושת ירושלים. נישט פאר קדושת האדם אדער קדושת ישראל.
דער נייער פענאמענא ביי חרדים צו פירן אז מערכה איז אין נישט קליינעם טייל, צו פארדאנקן די מעשה פון ר' ישי שליסל וואס האט געטאן א מעשה קנאות, פאר א יאר בעפאר, גענוי ווי פנחס בן אלעזר פון די תורה וואס האט דערשטאכן 2 בעלי עבירה וואס האן געטאן מיט שטאלץ זייער אקט, ער האט טאקע באקומען 26 יאר תפיסה דערויף אבער זיין אקט האט ערוועקט די פרומער דעת הקהל צו די הארבקייט וואס די תורה דרוקט זיך אויס צו דעם ענין.
אבער אפילו דעמאלטס האבן געוויסע רבנים נישט געהאלטן פון די פראטעסטן וו.צ.ב.ש. גורע רבי צוליב די חינוך טשאלנדזש אז די קינדער וועלן אנקוקען אז עבירה אלס עקזעסטירענד.
און ביי די קנאים איז אין גרויס טייל צו פארדאנקן ר' משה שטערנבוך וואס האט פערזענליך זיך באטייליגט אין די גאסן דעמאנסטראציעס צו אריינשלעפן די גאנצע עדה החרדית אין די קאמפ. ביז הרב אלישב האט זיך אויך צוגעשטעלט פון די ליטווישע און ערלוי רבי פון די חסידישע קרייזן.