שיבת ציון
פֿון װיקיפּעדיע
שיבת ציון איז די אומקערונג פון די יידן פון בבל צוריק קיין ארץ ישראל אין יאר ג'רכ"ב נאך 48 יאר וואס זיי זיינען אין גלות בבל געווען, נאך וואס כורש דער קעניג פון בבל האט דאס באשטעטיגט.
אין יאר ג'רמ"ד (22 יאר ארום) האבן די יידן געהענדיגט בויען דער צווייטער בית המקדש (בית שני). די סיבה וואס האט געדויערט אזוי לאנג ביז מען האט געבויעט דער בית המקדש איז צוליב די קריג מיט די שוימרוינער וואס האבן געוואלט אויך נעמען א טייל מיט די יידן צו בויען דער בית המקדש, אבער די יידן האבן נישט געוואלט זיי משתף זיין ווייל זיי האבן געהאלטן אז די שוימרוינער זיינען נישט קיין יידן. (זעט: שומרון).
- זעט אויך: כורש
[בעאַרבעטן] ליינט נאך
- די גאנצע געשיכטע פון חורבן בית ראשון און שיבת ציון, ליינט אין מלכים ב', דברי הימים ב', ירמיהו און יחזקאל.