שמואל ווידער
פֿון װיקיפּעדיע
רעדאקטאר פון דער וואכן צייטונג דער בלאט.
ער איז יארן לאנג געווען א בדחן אויף חסידישע חתונות אין וויליאמסבורג. ער קען די אינערליכע פאליטיק און ווייסט וויאזוי צו חנפ'ען מענטשן. ער ברענגט אריין רואיגקייט אין דעם אנגעצויגענעם אטמאספער פון א רעדאקציע ביורא דורך'ן שיסען וויצן אז אלע ארבייטער זאלן שמייכלען.
אבער די זאליס, זיינע שונאים, שרייען אז ער וויל מאדערניזירן דעם אידישן אויסזען פון סאטמאר אז דאס זאל ווערן כאחד החסידות'ער, פונקט ווי סקווער און בעלזא. לויט זיי איז סאטמאר הייליגער און מער חשוב, נאכדערצו אז דער סאטמאר רבי פלעגט שרייען "נשתכח דרך הבעל שם טוב", איז ווי קען ער קומען און זאגן אז סאטמאר איז פונקט ווי אן אנדער חסידות?
די ארונים ווידעראום ענטפערן אפ אז ער איז נאך צו יעדער צייט אזוי הייליג און פרום און גארנישט מער משכיל ווי משה יודא דייטש, דער רעדאקטאר פון די זאלי'ס צייטונג דער איד, און אלע טענות קעגן אים קומט פון אומפארגינערישקייט און קנאה וואס ער האט רעוואלוציאנירט דעם חסידישן נייעס סטאנדארט און אים פיל פארבעסערט.
ער דינט אויך אלס ראש המדברים און פארזיצער ביי אלע ארונישע צוזאמקונפטן, אלס גענעראל פרעדיגער אריינצוברענגען מאראל אין די ארונים.
קאַטעגאָריעס: בדחנים | שרייבערס | רעדנער | ארונים | חרדישע שריפטשטעלער | רעדאַקטאָרען