שמעון ראלניצקי
פֿון װיקיפּעדיע
ר' שמעון ראלניצקי איז א חרדישער זשורנאליסט געהער זיך צו די ארונישע סאטמאר קרייז.
ער איז א גרוש .
ער איז דער ערשטער און דערווייל איינציגסטער חסידישער שרייבער פון א סאטמאר קרייז, וואס האט זיך ארויסגעשטעלט אן קיין פארכט אדער שאנדע צו שרייבן ארטיקלן אונטער זיין ארגינעלער נאמען אן קיין מאסקע, אבער ער שרייבט אויך נאך ארטיקלן מיט א פענע נאמען ש. כהן און נאך.
זיין כח, גיפט און טאלאנט ליגט בעיקר אין זיין טייפן אסאך ווערטער, און טראנסלאטירן מיט א שנעלען טעמפו.
דער בלאט
אנגעהויבן זיין קאריערע האט ער אין דער בלאט ווי ער שרייבט נאך היינט, זיין געלונגענקייט פון טייפן אסאך, האט אים געשטעלט סיי אלס דער פאליטישער קארעספאנדאט און סיי אלס דער אידישער וועלט קארעספאנדאט. (איבערנעמענדיג שיף און מילער נייעס אגענטור וואס איז געווען די ארבייט פון ר' אייזיק שניצלער, וואס ער געט היינט ארויס די המספיק גאזעט און דער אידישער פלאם.) אויך געט ער לאנגע אפהאנדעלונגען פון די ברענעדיגע אישוס פון די וואך.
די שטערן
אבער האט זיך אליינס געפענט זיין מאגאזין אדער צייטונג די שטערן ביז די רבנים האבן דאס פארמאכט, צוליב די פילע גויאישע ארטיקלן פון פילם און דראמא, וואס דער ליטעראטור האט שוין צופיל געצויגן די איגענט אוועק פון זייערע גמרות] און אויך פארכישוףט אינג און אלט מיידלעך און בחורים זיך אריינצוטאן ראשם ורובם דערין. - וואס די רבנים האבן אים דעם געזען א פאטאלע סכנה צו די אידישקייט פון קומענדיגן דור.
היינט צוטאגס קומט ער ארויס מיט א גאר רייכן צייטונג אונטערן נאמען צייטשריפט.
ליבעראל געשטימט
ווי אלע צייטונג שרייבער איז ער א שטארקער ליבעראלער גענויגטער מענטש, וואס קען נישט באהאלטן זיין אגענדע אין די נייעס וואס ער סעלעקטירט, איינמאל איז ער אפילו ארויסגעוקמען אפען און קלאר מיט א לאנגען ארטיקל פארדאמענדיג די קאנסערוועטיווע אינגעלטייטשיקליך, וויאזוי ער האט זיי אנגערופן מיט שפאט און שאנדע, אז זיי הערן זיך צופיל צו צו טריפה ראדיאו און בלויז וועגן דעם וויילן זיי פאר רעפובליקאנער, ער האט צוגעזאגט א פארזענצונג אויפצוקלערן דעם עולם פארוואס די דעמאקראטן שטימן מער על פי תורה, אבער די רעדאקציע פון דער בלאט האט אים נישט געלאזט ווייטער שרייבן, ווארשיינליך צוליב די פילע קאמפלעין'ס קעגן דעם בזיון, די אנגעבליכע סיבה פארוואס ער האט נישט קיין פארזענצונג איז געווען צוליב די פטירה פון פרעזידענט ראנאלד רעיגען, וואס איז שוין פארלאפן 3 יאר זינט דאן אבער ער איז נאכאלטס שטיל...