װיקיפּעדיע:באט
פֿון װיקיפּעדיע
רב באטס אין וויקיפעדיע, קורץ פאר ראבאט, איז אן אטאמאטישער קאמפיוטער פראגראם מאשין באנוצער, וואס לייגט אינטערשפראך לינקס צו אלע וויקיקפעדיע שפראכן און פון אלע וויקיפעדיע שפראכן.
אין ענגליש וויקיפעדיע האבן זיי שוין פראגראמירט א באט וואס היט פון וואנדאליזם און אויך באטס וואס פירן דורך ספעל טשעקינג אבער דאס איז זייער קאמפלאצירט צו פראגראמירן.
זיי דארפן האבן רשות פון א ביראקראט זיך צו אומגיין ווייל וויבאלד דאס איז אטאמטיק קען דאס מאכן א חורבן וואס א נארמאלער באנוצער קען נישט.
[בעאַרבעטן] סדר פון שפראכן און אינטערשפראך לינקס
דא אין אידישן וויקיפעדיע בעטן מיר די באטס זאלן זיי בלויז לייגן די סארטן שפראכן וואס אידן קענען ווי ענגליש היברו און אזוי ווייטער פון אנפאנג, און אזוי טוט מען אין היברו וויקיפעדיע אויך ווי זיי בעטן לייגן ענגליש פון אנפאנג, אבער ביי אונז וויבאלד מיר קענען היברו איז בעטן מיר ביי אידישע ענינים צו לייגן א אינטערשפראך לינק צו היברו אויך, אחוץ פאר די סאטמארע באנוצער וואס זיי האלטן אז היברו איז טמא, קען מען זיי נישט צווינגן. און דער דריטער שפראך זאל זיין דייטש ווייל אידיש שטאמט פון דארטן און חאטשיג מער ווי ווייניגער איז שוין נישט ארגינעל קען מען אבער אסך נאשן פון זייער ענדליכקייט וויאזוי צו רופען אן ארטיקל און וויאזוי איר צו באשרייבן נאכדעם וואס מען נעמט אין באטראכט די ענגלישע און היברו ווערסיעס.