דזשארזש וואלקער בוש
פֿון װיקיפּעדיע
דזשארדזש וואלקער בוש (געבוירן יולי 6, 1946), 43טער אמעריקאנער פרעזידענט.
געדינט פון: ביז:
- יאנוואר 20 2001
- יאנוואר 20 2009
דזשאָרדזש בוש, (ענגליש: George Walker Bush), איז דער 43טער פרעזידענט איבער אַמעריקע.
ער איז געווארן איינגעשוואוירן אין יאר ה'תשס"א אויף פיר יאר. ער האט געוואונען ווידערוויילונג אין יאר ה'תשס"ה פאר נאך פיר יאר. ער וועט ענדיגן דינען אין יאר ה'תשס"ט.
זיין וויצע פרעזידענט איז דיק טשעיני.
ער איז פון די איינצעלע פרעזידענטן אין דער אמעריקאנער געשיכטע וועלכע זענען געווארן פרעזידענט אפילו זיי האבען באקומען ווינציגער שטימען פון דער אלגעמיינער באפעלקערונג ווי זייער קעגנער. אבער לויט דער אמעריקאנער וואלן-סיסטעם האבן זיי געוואונען די עלעקטארעל וואלען. בוש איז געלאפען קעגן על גאור און איז דערקלערט געווארן דער געווינער נאך א לענגערן פראצעדור וואס איז אפגעהאלטן געווארן אין געריכט פאר עטליכע וואכן. ער איז דער סאמע איינציגסטער וואס האט דערנאך מצליח געווען צו געווינען א צווייטן טערמין נאכן געווינען אזוי שמאל די ערשטע. די דעמאקראטן טענה'ען אבער אז ער האט געשטערט דעמאקראטן פון שטימען אין אוהייאו און דערפאר וואלט זיין קעגנער געדארפט געוואונען דאס צווייטע מאל אויך רוב שטימן. [1].
בוש איז געבוירן אין 1946 (ה'תש"ו), אין שטאַט אויף קאניטיקעט, און איז א רעפובליקאנער.