הערבערט קלארק האווער
פֿון װיקיפּעדיע
הערבערט קלארק האווער (געבוירן אין איאווא אום ה'תרל"ד (אוגוסט 10, 1874) - אוועק אין ניו יארק ה'תשכ"ה (אקטאבער 20, 1964)), דער 31'טער USA פרעזידענט, א רעפובליקאנער. געדינט פון: מארטש 4 1929 ביז: מארטש 4 1933.
אין זיין תקופה האט אויסגעפלאצט די וועלט ווירטשאפט קריזיס, וויבאלד ער איז געווען א רעפובליקאנער וואס האט ממשיך געווען צו פירן די שטאט קאפיטאליסטיש און האט נישט מצליח געווען אויסלייזן די קריזיס, האט ער אנגעווארן ביי די וואלן אין יאר ה'תרצ"ב (1932) און דער דעמאקראט פרענקלין דעלאנאו רוזעוועלט האט איבער גענומען די פרעזידענטשאפט.