יארצייט
פֿון װיקיפּעדיע
יארצייט איז דער טאג וואס לויפט אפ דעם יאר וואס א נפטר איז געשטארבן יענעם טאג. על פי הלכה ברויכט מען פאסטן און זאגן קדיש, אבער עס איז דער מנהג צו צינדן ליכט ווייל די נשמה האט א עלי' און צו געבן בראנפן צו טרינקן לחיים, ביי א תיקון נאכן דאווענען, און זיך וואונטשן אז די נשמה זאל ארויפגיין גרעסערע מעלות אין גן עדן.
מען פירט זיך אויך ארויפגיין צום קבר און לייגן א שטיין און זאגן קאפיטלעך תהילים און לערנען משניות.
א יארצייט פון א צדיק איז א "הילולא" ארויסצוברענגן זיינע תולדות און לערנען זיין תורה און זיך פרייען און לערנען זיין לעבן.
[בעאַרבעטן] דערויסענדע לינקן
- יארצייטן פון אלע צדיקים. נהורא