באַניצער רעדן:Haimlevy
פֿון װיקיפּעדיע
טייערער הויעך געשעצטער פריינט, ברוך בואיך צום וויקיפּעדיע! די ענציקלאָפּעדיע וואס יעדער איינער קען באַאַרבעטן.
אויך דו ביסט געלאַדנט איר איינצונעמען און איר געבן פון דיין טאלאנט. זעה דעם הילף בלאַט, און פאנג שוין אן צו פארבעסערן, ענדערן, שרייבן, און רעדאגירן.
געדענק! ס'איז נישטא קיין שום זאך וואס דו האלטסט עס איז נישט ריכטיג, און דו זאלסט איר נישט קענען פארעכטן, סיי די אינהאלט, סיי די אויסשטעל, און אזוי ווייטער; דעריבער ווי איידער זיך פילן פארפרעמדט פון נישט גוט געשריבענע ווערטער אדער דעזיין, טוט דאס ענדערן אנשטאט קריטיקירען אדער אבי מעקן. (געדענקט: עס איז אלץ וויכטיג דורכצורעדן אויפ'ן רעדן בלאט איידער איר מעקט אויס יענעם'ס שווערע ארבעט.)
וויקיפעדיע מיינט, אז יעדער איז גלייך באגלייבט און באאויפטראגט צו פארשענערן און פארגרעסערן די אינפארמאציע. מיר קוקען ארויס אויף אייערע טיילונגען, און וואונטשען אייך הצלחה, מיט פיל דאנק פארן זיך אנשליסן אין אונזער בשותפות'דיגער פראיעקט.
פון אלע וויקיפעדיע באנוצער, ליינער, און שרייבער.
[בעאַרבעטן] ליין דיזע קאפיטל אין דער שער-בלאט
נישט שרייבן קיין נקודות אויף די הויפט קעפלעך פון אן ארטיקל אדער קאטעגאריעס, ווייל עס פארשווערט אנדערע דאס שפעטער אויפזוכן, איבערהויפט אז ס'זענען אין דער יידישער שפראך פאראן מערערע ווערסיעס און גראמאטיק-כללים. פון דעסוועקן איז כדאי זיך צו האלטן צו די ייִוואָ געזעצן ("כלל-שפּראַך").
[בעאַרבעטן] וויכטיגע אחריות און אויפאדערונג
קענסט אלעס פּינטעלן, וויקיפעדיע איז דאך דיין אייגענע פונקט ווי מיין אייגענע, אבער טאמער זעהסטו א לינק צו א געוויסער ארטיקל, מאך שור אז ווען דו ענדערסט זאלסטו אריינשטעלן א רידיירעקט אז די געפינטעלעטע לינק זאל טראגן צו די ארטיקל.--משה 22:37, 10 מאַרץ 2006 (UTC)
- אדער צ.ב.ש. שרייב אזוי שָלום. [[שלום|שאָלום]]
[בעאַרבעטן] ביסטו דער מנהל פון תפוז?
אויב יא מוז מען דאס ארויפלייגן אלס א נייעס אין פארענט זייט.--יודל 22:45, 10 מאַרץ 2006 (UTC)
איך בין טאַקע דער מנהל פֿון פֿאַרום ײִדיש אין תּפוז.
איך נוץ די ענציקלאָפּעדיע אױף העברעיִש און ענגליש שױן אַ לאַנגע צײַט אָבער אַלס אַ שרײַבער בין איך אַ גרינער.
- וועלקאם ►רוני◄ 23:12, 10 מאַרץ 2006 (UTC)
שלום עליכם חיים
- גיסט זיך פאר דיר אליין שלום עליכם? :) ►רוני◄ 23:30, 10 מאַרץ 2006 (UTC)
חחח נײן איך זאָג אײַך